כסלו תשי"ד - ר' יואל כהן

מתוך Yomanim

קפיצה אל: ניווט, חיפוש

יום ב' ט"ז כסלו תשי"ד

בשנה זה נתמלאו כ"ה שנה, חצי יובל מחתונת כ"ק אדמו"ר שליט"א לאריכות ימים ושנים בהצלחה בכל עניניו, ולרגלי זה נכנסו אליו כמה מאנ"ש בליל ש"ק אחרי תפילת ערבית ווינטשן אים... כ"ק שליט"א ענה: אַז עס וועט זיין געזונטע און פריילעכע חסידים, איז פון דעם וועל איך אויך זיין פריילאַך.

בש"ק בבוקר אחרי התפילה הי' קידוש בביהכ"נ, היינו פה, קידוש שעשו אנ"ש, הרבה הלכו אחרי התפילה לביתם, והרבה התפללו, ולהתוועדות ישבו רק חמשה ששה אנשים, באמצע איז געוואָרן אַ טומעל, אז דער רבי וועט אַרויסגיין, כמובן שמיד סדרו השולחנות, און מען האָט פאַרכאַפט ערטער (אף שהי' קליינער עולם, כי לא ידעו מקודם), וכעבור איזה רגעים, נכנס כ"ק שליט"א לביהמד"ר וישב על מקומו, זה הי' בשעה 12:45 וישב עד 4:15.

כולנו האָבּן געהאַלטן פאַרן דאַוונען, וכ"ק שליט"א ידע מזה, כי אמר באמצע ההתוועדות: די וואָס האַלטן נאָך שחרית זאָלן מאַכן קידוש, און די וואָס האַלטן פאַרן דאַוונען זאָלן אַזוי זאָגן לחיים. ואחרי ההתועודות נשאר כחמישה עשר רגעים לשקיעת החמה, והתפללו מנחה, ואנחנו, האָבּן יעמולט געדאַוונט שחרית מוסף ומנחה, פאַרשטייסט דאָך אַז ס'איז געווען דער אמת'ע דאַוונען, אבל זה הי' ווערט.

כ"ק שליט"א עשה קידוש אמר לחיים, ציוה לנגן, ואח"כ אמר דא"ח ד"ה וכל בניך. אחרי כל השיחות הארוכות אמר: אַ חתונה בכלל איז אַ ענין כללי בּאַ אַ איש פרטי, בּאַ מיר אָבּער איז דאָך נאָך דעם האָט מען מיר אַריין געצייגן עין ענינים כלליים דורך דעם (היינו ע"י החתונה). איך מאַטער זיך און איר מאַטערט זיך, דער אויבערשטער זאָל העלפן מ'זאָל זעהן פרי טוב בעמלינו – זאָגט דעם בעש"ט'ס תנועה, אחרי ניגון הבעש"ט ציוה לנגן את הבינוני, אח"כ את הניגון אני מאמין, אח"כ ניגון אדה"ז של הד' בבות.

אח"כ אמר: זאָלן די בחורים זאָגן לחיים, און בעטן הצלחה אויף נגלה און חסידות, אח"כ ציוה לנגן הניגון ניע זשוריצי חלאָפּצי, ואח"כ אמר: עס איז דאָך דער שבת פאַר י"ט כסלו, וואָס דמיני' (משבת) מתברכין כולהו יומין, זאָל זיין דער י"ט כסלו ר"ה לחסידות בתורת החסידות, ודרכי החסידים, זיין בהצלחה מופלגה, אָן העלמות והסתרים, אָן מניעות ועיכובים בגשמיות, און אָן מניעות ועיכובים ברוחניות, עס זאָל זיין אין אַ געזונטן אופן און אַ פריילעכן אופן, ובהצלחה מופלגה למעלה מדרך הטבע.

לחג הגאולה י"ט כסלו דינגט מען אָפּ אַ זאַל, אשר שם יהי' ההתוועדות, כי בביהמד"ר אין שייך לגמרי מצד ריבוי הקהל כ"י, ובהחצר ג"כ א"א להתוועד. (כאן חסרים מספר דפים – המעתיק).

[מהעתק אחר (ישן): נמצא כעת בדפוס ס' התניא ומסביב לו (כמו פרש"י ותוס' שעל הגמ') פי' מלוקט מכל המאמרים של רבוה"ק.